Translations:Commons:Licensing/46/yi

From Wikimedia Commons, the free media repository
Jump to navigation Jump to search

קאמאנס נעמט אהן מאַטעריאַל וועלכע איז אינ'ם רשות הרבים, ד.ה., דאקומענטן וועלכע זיינען ערלויבט דורך דעם אויבנדערמאַנטן יוצא מן הכלל, אדער וועלכע זיינען ניט עלידזשיבל צו קאפירעכט, אדער וועמענ'ס קאפירעכט איז אויסגעלאפן. אבער דער "רשות הרבים" איז קאמפליצירט; קאפירעכט געזעצן זיינען אַנדערש צווישן אנדערע מדינות, און אַזוי ארום קען א ווערק זיין אינ'ם רשות הרבים אין איין מדינה, אבער נאכאלץ באשוצט אונטער קאפירעכט געזעצן אין אַן אנדערן מדינה. עס זיינען דא אינטערנאַציאנאַלע אפמאכונגען אַזוי ווי דער בערן קאנווענטשאן וועלכע שטעלן אַוועק איינצעלנע מינימאַלע שטאַנדאַרטן, אבער אינדעווידואַלע מדינות זיינען פריי צו גיין ווייטער פון די מינימומס. אַ גענעראלע כלל איז אַז אויב דער פאַרפאַסער פון אַ ווערק איז שוין טויט פאַר איבער 70 יאר, זיינען זייערע ווערקן אינ'ם רשות הרבים אינ'ם מדינה וואו דער פארפאסער איז געווען אַן אלטגעזעצענער און אינ'ם מדינה וואו דער ווערק איז צום ערשט געדרוקט געווארן. אויב דער ווערק איז אַנאַנים אדער איז פאַרפאַסט געווארן דורך עטליכע מענטשן (למשל, אַן ענציקלאפעדיע), איז עס בדרך כלל אינ'ם רשות הרבים 70 יאר נאכ'ן דאַטום פונ'ם ערשטן דרוק.